וואשינגטאן – אינעם יו-ען גרייט מען זיך דורכצופירן א רעזאלוציע, צו פארדאמען סיי וועלכע נאצישע רעטאריק און לויב פאר נאצישע פיגורן, אבער עס איז זייער אינטערעסאנט דער פאקט אז אמעריקע וועט שטיין אין דער זייט און וועט נישט שטימען פאר דער רעזאלוציע. יעדעס יאר טוט די יו-ען דורכפירן אזא רעזאלוציע און יעדעס איינציגע יאר טוט אמעריקע שטימען דערקעגן אדער בכלל נישט אנטיילנעמען דערין, זאגנדיג אז אין אמעריקע גלייבט מען פון "פרייהייט פון אויסדרוק", אז יעדער האט רעכט צו רעדן וואס ער וויל און זאגן וואס ער וויל, און דאס נעמט אויך אריין אפענע פרא-נאצישע און פרא-היטלעריסטישע לאזונגען. היי יאר טוען אמעריקאנער דיפלאמאטן ספעציעל שטארק קאמפיינען און ערקלערן פארוואס אמעריקע שטייט אינדערזייט פון דער רעזאלוציע, אריינגערעכנט דער פאקט אז רוסלאנד איז די וואס האט דאס ערשטע אויפגעברענגט אזא סארט רעזאלוציע, און אמעריקע איז באזארגט אז רוסלאנד נוצט אנטיסעמיטיזם אלס א שטעקן מיט וועלכע צו שלאגן אירע שכינות'דיגע לענדער, דורכ'ן זיי דערמאנען איבער זייערע קאלאבאראציעס מיט די נאציס ימ"ש.

בילד: אמעריקע וועט איגנארירן אנטי-נאצי רעזאלוציע


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל