רמלה – א ריכטער אין ציווילן בירגער-געריכט אין רמלה, מדינת ישראל, האט נעכטן ארויפגעלייגט א פרעצעדענטלאזן קנס פון 600,000 שקלים לטובת דעם חרד"ק יהודה גליקמאן, געוועזענער סגן מפקד ממ"ח – מדור בני הישיבות תל השומר, וואס האט גע'טענה'ט אז ער האט געליטן רדיפות אלס רעזולטאט פון אקטיוויטעטן דורך ערליכע עסקנים פון די ליטווישע קרייזן, און מיט דעם פרובירט דאס געריכט אפצושרעקן דעם ערליכן אידנטום אין דער מלחמה קעגן גזירת הגיוס.

נאך א דיון פון 10 שעה אין געריכט פאריגן דאנערשטאג וירא, איז נעכטן אווענט ארויסגעגעבן געווארן דער אורטייל אז דער חשוב'ער עסקן הרב יחיאל בלויא הי"ו, רעדאקטאר פון 'קו הגנה' טעלעפאן ליניע קעגן גזירת הגיוס, דארף באצאלן 100,000 שקלים פאר'ן פארשעמען דעם גליקמאן אויפ'ן טעלעפאן ליין, און די צוויי אנדערע חשוב'ע עסקנים - הרב שלמה פיין הי"ו, מנהל ת"ת נפש החיים עטה"ק און הרב יונה מערצבאך שליט"א, חבר הועדה להצלת עולם התורה - דארפן באצאלן יעדער באזונדער 200,000 שקלים פאר'ן פובליצירן דאס ביכל 'הציידים', וואו ס'איז פארעפנטליכט געווארן דער נאמען און די פרטים פונעם חרד"ק גליקמאן, אין צוגאב דארפן די עסקנים באצאלן נאך ארום 100,000 שקל פאר די אויסגאבן וואס ס'האט געקאסט פאר גליקמאן דער משפט און די לאיערס (ווידער פאר'ן עסקן הרב שלמה פיין הי"ו דארף גליקמאן באצאלן ארום 15,000 שקלים וויפיל ס'האט אים געקאסט דער לאיער).

דער ריכטער האט זיך פארלאזט אויף די עדות פון גליקמאן כמעט מיט פארמאכטע אויגן, און עס דראעט אצינד א גרויסע סכנה אז אויך די אלע איבער 50 נעמען וועלכע ווערן דערמאנט אינעם ביכל הציידים וועלן פאדערן די חשוב'ע עסקנים אייניגע סומעס.

בילד: ריכטער באשטראפט 3 חשוב'ע עסקנים קעגן גזירת הגיוס מיט אסטראנאמישע סומע פון 600,000 שקלים

בילד: גליקמאן'ס פראפיל אינעם ביכל 'הציידים' און די ערשטע זייט פונעם ריכטער'ס נעכטיגן פסק געשריבן מיט א פארשלייערטן פרומען פנים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל