וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעגעבן א ספעציעלע סטעיטמענט אין וועלכע ער האט געפייערט זיג איבער דעם וואס אייסיס האט פארלוירן קאנטראל פון ראקא. טראמפ זאגט אז יעצט וועט אמעריקע ארויסהעלפן מיט'ן צוריקבויען ראקא און פארזיכערן אז אייסיס קומט נישט צוריק אהין. טראמפ זאגט אויך אז פון יעצטיגן זיג אין ראקא, זעט מען אז די ענדע פון אייסיס עקזיסטענץ איז גאר נאענט. מען האט נעכטן געהערט מער דעטאלן פון די אמעריקאנער-געשטיצטע רעבעלן, וועלכע האבן אנגעפירט דעם קאמף ארויסצואווארפן אייסיס פון ראקא, ווען זיי האבן דערקלערט אז פון יעצט און ווייטער וועט ראקא זיין טייל פון "פעדעראלע סיריע", א ראיאן אין צפון סיריע וואס באשטייט פון פילע שטעט און שטעטלעך וואס די פרא-קורדישע קעמפער האבן שוין באוויזן צו באפרייען פון אייסיס אין די לעצטע צוויי יאר, וואס זייער ענדגילטיגער פלאן איז צו דערקלערן צפון סיריע אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד פאר די קורדן.

בילד: טראמפ פייערט ראקא'ס באפרייאונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל