קעווין ווילשאו איז שוין 40 יאר אקטיוו אין די פאשסיטישע פראקציעס אין בריטאניע, און איז א פראמינענטע פיגור אין די עקסטרעמע אנטי-סעמיטישע נאציאנאלע פראנט פארטיי. נעכטן האט ער שאקירט זיינע אנטי-סעמטישע קאמעראדן ווען ער איז ארויפגעקומען אויף די טעלעוויזיע און עפנטליך דערקלערט אז ער איז ״שטאלץ צו זיין א איד״ און האט אויסגעדריקט טיפע חרטה אויף זיין פארגאנגנהייט, ער האט שארף פארדאמט זיינע געוועזענע קאלעגעס און פארציילט אין דעטאלן איבער זייערע פינסטערע און וויסטע האסע.

ווילשאו האט זיך מיט א צייט צוריק דערוויסט איבער דעם אז זיין מאמע איז אידיש, און האט געשידלערט פאר די פרעסע וויאזוי לעצטנס האבן אים זיינע אייגענע פריינט אנגעהויבן פארפאלגן און אים סיקירן איבער זיין פערזענליכע לעבן, און וויאזוי דאס האט אים געהאלפן עפענען די אויגן, ווילשאו האט געזאגט אז ער איז אצינד פולשטענדיג פארפליכטעט ״צו אנמאכן דאס מערסטע שאדן מעגליך״ פאר די נאצי באוועגונגען אין בריטאניע און אויפדעקן זייער פינסטערע אקטיוויטעטן.

בילד: טרויעריג בארימטער בריטישער נעא-נאצי: איך בין א איד און איך האט חרטה אויף מיין פארגאנגנהייט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל