ניו יארק – דער געוועזענער רעפובליקאנער ניו יארק קאנגרעסמאן מייקל גרים, וועלכער איז געזעסן אין טורמע נאכ'ן זיך דערקלערן שולדיג אויף שטייער קרימינאליטעטן, האט נעכטן געמאלדן אז ער גייט לויפן פאר קאנגרעס, מיט'ן ציל צוריקצוגעווינען זיין אלטן קאנגרעס זיץ. גרים האט געווינען ווידערוויילונג פאר זיין קאנגרעס זיץ אין עלפטן דיסטריקט אין ניו יארק, אין נאוועמבער יאר 15', און בלויז 6 וואכן שפעטער האט ער רעזיגנירט און ער האט זיך דערקלערט שולדיג. ער איז געזעסן אין טורמע פאר עטליכע מאנאטן און איז באפרייט געווארן מיט בערך א יאר צוריק, און אצינד האט ער דערקלערט זיין קאנדידאטור, זאגנדיג אין א רעדע אז ער איז געווארן מער ערוואקסן און קלוגער אין לויף פון די לעצטערע מאנאטן אלס רעזולטאט פון זיינע מיטמאכענישן. גרים וועט לויפן אין א רעפובליקאנער פריימערי קעגן דעם אמטירנדן קאנגרעסמאן דען דאנאווען, וועלכער האט אנגעפילט זיין זיץ נאך גרים'ס רעזיגנאציע. מייקל קאפוטא, א געוועזענער טראמפ קאמפיין געהילף, העלפט גרים'ס קאמפיין.

בילד: מייקל גרים לויפט נאכאמאל פאר קאנגרעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל