ניו יארק – א פרישע שארפע סטראשע האט מען געהערט פרייטאג פונעם צפון קארעאר אויסערן מיניסטער, וועלכער האט זיך געאייסערט ביי א רעדע אינעם יו-ען, אז די רעזשים'ס ראקעטן "וועלן באזוכן אלע אמעריקאנער סטעיטס". די ווערטער פון אויסערן מיניסטער רי יאנג-האו, איז געקומען ביי זיין רעדע ביים יו-ען דזשענעראל אסעמבלי, וואו ער האט ארויסגעברענגט אז פרעזידענט טראמפ'ס פערזענליכע טשעפערייען און חוזק-לאזונגען אין ריכטונג פונעם צפון קארעא פירער קים יאנג אן, וועלן נאר פארשנעלערן דעם פראצעדור פון אמעריקע'ס פארניכטונג, ה"י.

יאנג-האו'ס רעדע קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אויפגעטרעטן ביים יו-ען דזשענעראל אסעמבלי, וואו ער האט באצייכנט דעם צפון קארעא פירער אלס "ראקעט מאן", וועלכער איז "אויף א זעלבסטמארד מיסיע פאר זיך און פאר'ן צפון קארעאר פאלק", און פילע עקספערטן האבן געווארנט אז טראמפ'ס פערזענליכע טשעפערייען קעגן דעם צפון קארעא פירער, וועט אים נאר מער אויפרעגן, און ברענגען ווילדערע שריט, און מען האט דאס טאקע געזען, ווען יאנג-האו האט ביי זיין רעדע אויך געלאזט הערן אז צפון קארעא באטראכט די מעגליכקייט דורכצופירן א נוקלעארן טעסט העכער'ן פאסיפיק אקעאן.

בילד: צפון קארעא: אונזערע ראקעטן גייען באזוכן אלע אמעריקאנער סטעיטס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל