פענסילוועניע – דאקטוירים און טעכנאלאגיע סייענטיסטן אין די אוניווערסיטעט אוו פיטסבורג אין פיטסבורג, פענסילוועניע, האבן געמאלדן אז זיי האלטן אינמיטן אנטוויקלען א פארגעשריטענעם קאמפיוטער סיסטעם, וועלכע וועט קענען גענוצט ווערן דורך דאקטוירים צו אנטשיידן דעם שטאפל פון יסורים פון א פאציענט. דאקטוירים וועלן אפטמאל פרעגן די פאציענטן אליינס צו שילדערן ווי שרעקליך זייערע יסורים זענען, צומאל אויף א שטאפל פון 1 ביז 10, מיט 1 פאר די שוואכסטע יסורים און 10 די גרעסטע, אבער צומאל שטויסן זיך דאקטוירים אן אין פראבלעמען, צי ווייל דער פאציענט איז עמיצער וואס נעמט גרינג יסורים און ער וועט נישט געהעריג שילדערן ווי ערנסט זיינע שמערצן זענען, אדער ווייל דער פאציענט שפירט בכלל נישט יסורים, נאר ער וויל אז דער דאקטאר זאל אים פארשרייבן א פעינקילער מעדיצין, מאכט ער גרימאסן און קולות ווי גלייך ער האט ערנסטע יסורים. דער קאמפיוטער וואס די סייענטיסטן האבן אנטוויקלט, וועט קענען אנטשיידן דעם שטאפל פון יסורים, בלויז דורכ'ן קוקן אויפ'ן געזיכט פונעם מענטש, דורך די גרימאסן וואס ער מאכט. און ס'איז אזוי פארגעשריטן, אז ס'כאפט אויף ווען עמיצער מאכט פאלשע יסורים גרימאסן.

בילד: אנטשיידן עכטע יסורים פון פאלשע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל