וואשינגטאן – עקספערטן זאגן אז די מאסיווע העקעריי וואס האט באטראפן די עקוויפעקס קרעדיט פירמע, איז פיל ערנסטער ווי אלע ביז יעצטיגע גרויסע העקערייען אויף יאהו און אנדערע פירמעס, וויבאלד עקוויפעקס פארמאגט גאר האקעלע אינפארמאציע פון מענטשן, אריינגערעכנט צי זיי האבן עפעס מארטגעדזשעס אדער אנדערע באנק הלוואות, און צי זיי האבן סיי וועלכע געריכטליכע קעיסעס קעגן זיי, און דעריבער איז דאס א סאך ערנסטער ווי סתם סאושעל סעקיוריטי נאמבערס און געבורט-דאטומען וואס רינען ארויס דורך העקערס. צוליב דעם האט מען טאקע געהערט אז די פירמע האט אונטערגענומען שטילערהייט א שפיצל זיך ארויסצודרייען פון ווערן אנגעקלאגט דורך אפעקטירטע מענטשן, דורכדעם וואס די פירמע האט אוועקגעשטעלט א וועבסייט וואס איז כלומר'שט געמאכט צו העלפן מענטשן זען צי זיי זענען אפעקטירט געווארן, אבער בעפאר מען קען זען, דארף מען דרוקן א קנעפל אז מ'איז מסכים צו פארשידענע "טערמינען און רעגולאציעס", און צווישן די טערמינען און רעגולאציעס זענען באהאלטן קליינע בוכשטאבן אז מען איז מסכים אז מ'וועט נישט אנקלאגן עקוויפעקס.

בילד: עקספערטן: "עקוויפעקס" העקעריי איז היסטאריש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל