וואשינגטאן – דער ריס אינערהאלב דער דעמאקראטישער פארטיי, צווישן די ליבעראלן און די מעסיגע, האט זיך פונדאסניי פארשארפט אין די לעצטערע טעג, און "פאליטיקא" דעטאליזירט אין א לענגערן באריכט, אז דאס קען ערנסט שטעלן אין געפאר די שאנסן וואס די דעמאקראטן האבן צוריקצוכאפן קאנטראל פון סענאט און קאנגרעס אין יאר 18' און אין ווייסן הויז ביי די 020' וואלן. די שטיצער פון בערני סענדערס זענען נאך אלץ שטארק אויפגעברויזט איבער די פארשידענע שריט וואס די דעמאקראטישע פארטיי פירער האבן געטאן צו העלפן פרוי קלינטאן און אפשוואכן בערני'ן, און אצינד האבן די בערני שטיצער געטראפן א נייעם ציל פאר אטאקעס, די דעמאקראטישע סענאטארשע קאמאלא העריס. סענאטארשע העריס ווערט באטראכט אלס שטארקע קאנדידאטקע קעגן טראמפ אין די 020' וואלן, און א גרופע וואס רופט זיך "בירגער פאר בערני", האבן שוין אנגעהויבן פארשפרייטן אטאקעס קעגן העריס, זאגנדיג אז זי איז די נייע קלינטאן, און אז די פארטיי פירער גייען איר שטילערהייט קרוינען אלס דער געווינער פון די דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס, נאך איידער די וויילער האבן א שאנס.

בילד: פרישער ריס אין דעמאקראטישער פארטיי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל