האריקעין מאריא איז אנגעקומען נעכטן נאכט צו די אינזל דאמיניקא אין די קאריביער אינזלן אלס א קאטעגאריע 5 האריקעין מיט שווערע ווינטן פון 160 מ.פ.ש, און אנגעמאכט שווערע שאדנס און חורבנות, נאך עטליכע שטונדן איז עס געפאלן צו א קאטעגאריע 4. די שטורעם האט אנגעמאכט שווערע שאנדס אויף דעם אינזל וועלכע איז א היים פאר ארום 75,000 איינוואוינער, דער גאווערנער פונעם איזל האט געזאגט אז די שאנדס זענען אומשאצבאר און כמעט אלע היימען אויפ׳ן אינזל זענען שווער באשעדיגט געווארן, אצינד גרייט זיך פארטא ריקא אויף אן אנפאל פון דעם האריקעין, אין די צייט וואס די אינזל מוטשעט זיך נאך מיט די שאדנס וואס אירמע האט אנגעברענגט אויפ׳ן אינזל, און אזויפיל ווי 70,000 זענען נאך אלץ אן עלעקטעריק צוליב אירמע.

בילד: האריקעין מאריא ברענגט אן שווערע שאדנס פאר דעם אינזל דאמיניקא


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל