אידן אין מאנסי און איבער די וועלט האבן אויפגענומען מיט שאק און טרויער די נייעס איבער די גאר פלוצלינגע פטירה פון איינע פון די גדולי תורה אין מאנסי און פון די גרעסטע מקימי עולה של תורה אין מאנסי הגאון הגדול רבי יחיאל טויבער ז״ל דער ראב״ד און ראש הכולל פון מכון להוראה פאר איבער פערציג יאר וועלכער האט אויפגעשטעלט הונדערטער תלמידים וועלכע דינען אלס רבנים און מורי הוראה איבער די גאנצע וועלט.

דער רב ז״ל איז געווען באקאנט אלס מתמיד עצום, און איז שטענדיג געזען געווארן פארטיפט אין לערנען אינעם היכל הכולל, און האט אויך געדינט אלס מורי דרך פאר הונדערטער יונגע תלמידי חכמים וועלכע באוויינען זיין פריהצייטיגע פטירה. און האט מחבר געווען די ספרים משיב בהלכה און כסא משפט אין פילע מקצועות התורה.

דער נפטר ז״ל איז אריבערגעגאנגען א לייכטע מעדיצינישע פראצעדור וועלכע איז געגאנגען שלעכט, און ער האט ווארשיינליך געליטן א הארץ אטאקע, און איז אוועק אין עלטער פון 73 יאר. טויזנטער תושבי מאנסי האבן זיך באטייליגט ביי די לווייה אין ביהמ״ד פון מכון להוראה. און פון דארט איז ער געפירט געווארן צום וויזשניצער בית החיים אין מאנסי.

בילד: טרויער אין עולם התורה איבער פטירה פון הגאון הגדול רבי יחיאל טויבער ז״ל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל