מאסקווע – די רוסישע רעגירונג האלט אן זייער ברוגז–טאנץ קעגן אמעריקע, און נעכטן האט דאס רוסישע אויסערן מיניסטעריום אפגעשאפן א זיצונג וועלכע האט געזאלט פארקומען צווישן דעם אמעריקאנער אונטער-סעקרעטאר אוו סטעיט טאמעס שענאן (Thomas Shannon) און דער רוסישער דעפיוטי אויסערן מיניסטער סערגעי ריאַבקאָוו (Sergei Ryabkov). רוסלאנד ברויזט אויף אמעריקע איבער אירע שריט אין די לעצטערע טעג אין סיריע, ספעציפיש דערמיט וואס דאס אמעריקאנער מיליטער האט אראפגעריסן א סירישן מיליטערישן דזשעט און אן איראנער פאבריצירטע דראון – וואס סיי סיריע און סיי איראן זענען גאר נאענט אפיליאירט מיט רוסלאנד. די פרישע רוגזא צווישן וואשינגטאן און מאסקווע, שטעלט אונטער פראגע–צייכן און אונטער שאטן דער געפלאנטער דירעקטער צוזאמטרעף צווישן פרעזידענט טראמפ און וולאדימיר פוטין, וועלכע איז דערווייל נאך ווייטער געהעריג געסקעדזשועלט אויף אנהייב מאנאט יולי ביים "דזשי-20" סאמיט אין האמבורג, דייטשלאנד.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל