מאסעטשוסעטס – א פעדעראלער ריכטער האט נעכטן פאראורטיילט א געוועזענעם מאסעטשוסעטס פארמאסי עקזעקוטיוו, וועלכער איז געשטאנען אונטער אן אויסברוך פון די מענינדזשייטיס קרענק אין יאר 12', צו 9 יאר טורמע. די רעדע איז פונעם מענינדזשייטיס אויסברוך וואס איז באפאלן עטליכע אמעריקאנער סטעיטס אין יאר 12', ווען מעדיצינען פון א פארמאסוטיקל פירמע זענען געווען פארפּעסטיגט, וואס האט געפירט צו 76 טויטפעלער און 778 קראנקע. בערי קאדען איז דער גרינדער און געוועזענער פירער פון דעם צעפאלענעם "ניו ענגלאנד קאמפאונדינג צענטער", און ער איז שוין אין מערץ געפונען געווארן שולדיג אויף פינאנציעלע מיסברויכן פאר זיין ראלע אינעם אויסברוך. די פראקורארן האבן פארלאנגט מ'זאל געבן א הארבן אורטייל פאר קאדען פון 35 יאר, צו צייגן פאר אנדערע ביזנעס עקזעקוטיוון אז מ'מאכט נישט קיין פינאנציעלע קונצן ווען עס האנדלט זיך פון מענטשן'ס לעבנס און געזונטהייט, אבער דער ריכטער האט בלויז פאראורטיילט קאדען צו 9 יאר טורמע.

בילד: אורטייל איבער 12' מענינדזשייטיס אויסברוך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל