טעקסאס – א שרעקעדיגע אינצידענט האט פאסירט אויף א סאוטוועסט עירליינס פליגער, ווען א פאסאזשיר האט זיך דערמאנט אינמיטן פליען אין דער לופטן אז זי וויל אראפגיין... דער אינצידענט האט פאסירט ווען דער פליגער איז געווען אויפ'ן וועג פון לאס אנדזשעלעס קיין יוסטאן, טעקסאס, ווען די פאסאזשירקע האט זיך אויפגעשטעלט, אנגעהויבן פארפירן ווילדערהייט, צוגעלאפן צום טיר און עס געשאקלט ווילדערהייט, פרובירנדיג עס צו עפענען, זייענדיג פערציג טויזנט פיס אין דער לופטן. דאס האט געברענגט אן ערנסטע שרעק, און טראץ די פרואוון פון די פלייט אטענדענטס, האט זיך די פרוי נישט געוואלט בארואיגן, אזש די פילאטן זענען געווען געצווינגען צו מאכן אן עמורדזשענסי פריע לאנדונג אין קארפאס קריסטי, טעקסאס, וואו די פרוי איז ארעסטירט געווארן. דער פליגער מיט די 170 פאסאזשירן האט זיך דאן ווידער געהויבן און אפגעפלויגן קיין יוסטאן, אנקומענדיג 4 שעה שפעטער ווי דער סקעדזשועל. די געשיכטע איז א דערמאנונג און אינאיינוועגס א מוסר-לעקציע: ווילאנג מ'איז נאך אונטן אויף דער ערד, קען מען זיך אנגרייטן און באשליסן וואס מ'וויל מיטנעמען צו די הויכע רוימען. איינמאל מ'איז אויבן, איז פארטיג...

בילד: אממ, מ'קען אפשר מאכן א סטאפ דא?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל