פרוי קלינטאן קומט צוריק צו פאליטיק
ניו יארק – טראץ וואס זי האט סיגנאליזירט נאכ'ן פארלירן די פרעזידענט וואלן אז זי איז פארטיג מיט פאליטיק און מיט איר סטאטוס אלס פובליק פיגור, לייענט מען א באריכט אין "פאליטיקא" אז זי האט שוין אקטיוו אנגעהויבן צוריק אריינצוקומען אין פאליטיק.

לויט'ן באריכט, האלט פרוי קלינטאן אינמיטן צוזאמשטעלן א ספעציעלע פאליטישע גרופע, וועמענ'ס ציל וועט זיין אויפצוטרייבן געלטער און אויפקומען מיט סטראטעגיעס וויאזוי צו באקעמפן פרעזידענט טראמפ און זיינע פאליסיס. די גרופע ווערט אנגערופן "פאראויס אינאיינעם", באזירט אויף פרוי קלינטאן'ס קאמפיין סלאגאן "שטערקער אינאיינעם", און וועט שוין אנהייבן אזוי פרי ווי היינטיגע וואך צו לופטערן רעקלאמעס און אנדערע שריט צו העלפן ליבעראלע גרופעס דורכפירן פראטעסטן און לייגן דרוק אויף קאנגרעס נישט צו קאאפערירן מיט טראמפ'ן אויף קאנטראווערסיאלע אישוס.

באמערקונג: די בילד איז גענומען געווארן בשעת די "שטערקער אינאיינעם" באָס האט ארויסגעלאזט שמוציגע סחורה אויף די גאס, און עס איז ערווארטעט אז די אינטערנעט זאל מאכן מטעמים דערמיט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל