וואשינגטאן – א באריכט נעכטן האט געצייגט אז פרעזידענט טראמפ און זיינע קאמפיין געהילפן גרייטן זיך אויף דער שטארקער מעגליכקייט אז די ליבעראלע סענאטארשע, עליזאבעט ווארען, וועט דערקלערן אז זי לויפט פאר פרעזידענט אין די דעמאקראטישע פריימעריס אין יאר 2020, און די טראמפ קאמפיין באאמטע ריכטן זיך אז ווארען וועט געווינען די דעמאקראטישע נאמינאציע און וועט לויפן דירעקט קעגן טראמפ, וועלכער וועט זוכן ווידערוויילונג פאר א צווייטן טערמין.

לויטן באריכט האבן טראמפ קאמפיין באאמטע אנגעהויבן האלטן א נאענט אויג אויף סענאטארשע ווארען, אויפצוכאפן אלע אירע סטעיטמענטס און אירע אפשטימונגען אינעם סענאט, וועלנדיג זאמלען אינפארמאציע צו קענען נוצן קעגן איר אינעם קאמפיין. זי האט דערווייל אנטזאגט צו ענטפערן אויף די אלע שפעקולאציעס צי זי וועט לויפן צי נישט.

Image result for ELECTIONS 2020


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל