נעוואַדאַ – צוויי פייערן האבן אויסגעבראכן אין א אידישער צענטער געביידע אין לאס וועגאס, נעוואדא, ברענגענדיג אז די שטאטישע פייער באאמטע זאלן עפענען אן אויספארשונג איבער דער מעגליכקייט אז די פייערן זענען דירעקטע אונטערגעצונדענע ארסאן פייערן.

דאס ערשטע פייער האט פאסירט ווען א פארשוין האט אנגעצונדן א פייער אין א גארבידזש-קען אינעווייניג אין דער אידישער געביידע מאנטאג נאכט, און א פּאָר שעה שפעטער איז א קאר אונטערגעצינדן געווארן אינעם פארקינג לאט פון דער געביידע.

דער לאקאלער אידישער רב ר' לוי הארליג האט אין א סטעיטמענט געזאגט, אז ווי עס זעט אויס איז דאס געווען א געצילטע אנטיסעמיטישע אטאקע, ווען איינער האט זיך אריינגעכאפט אין דער געביידע און דערנאך אינעם פארקינג לאט.

די פאליציי זאגן אז זיי האבן שוין ארעסטירט איינעם, און פארשן צי נאך מענטשן זענען געווען פארמישט.

Rabbi Levi Harlig of the Chabad Center of Southern Nevada (YouTube screenshot)
ר' לוי הארליג, רב ד'חב"ד צפון נעוואַדאַ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל