אמעריקאנער סענעטארן באזוכן מדינת ישראל

עטליכע אמעריקאנער רעפאבליקאנער סענעטארן, זענען אנגעקומען קיין מדינת ישראל צוויי טעג צוריק, צו זען פונדערנאנט די נאכווייען וואס די פארלאפענע קאנפליקט האט אנגעמאכט, און צו פארזיכערן פאר מדינת ישראל זייער שטיצע.

דער פרעמיער-מיניסטער, 'נתניהו', האט זיך געטראפן מיט די סענעטארן טעד קרוז, לינזי גרעהעם און סענעטאר העגערטי.

דער פרעמיער-מיניסטער האט שטארק אויסגעלויבט די סענעטארן, און ספעציעל סענעטאר לינזי גרעהעם, פאר זיין כסדר'דיגע שטיצע פאר מדינת ישראל.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל