יוסטיץ דעפארטמענט אונטער 'וויליאם באר' גענומען אינפארמאציע פון וויכטיגע קאנגרעסלייט

אין אן אינטערעסאנטע אויפדעקונג, האט די 'ניו-יארק טיימס' נעכטן געמאלדן, אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט ערהאלטן און נאכשפיאנירט די פריוואטע סעלפאונס און טעכנאלאגישע כלים פון צוויי קאנגרעסלייט, בעת וואס זיי האבן אויסגעפארשט ליקס ארויסגעקומען פון די ווייסע הויז.

די צוויי סענאטארן זענען 'עדעם שיף' און 'עריק סוואלוועל', צוויי גרויסע טראמפ קריטיקירער, וואס זענען אויף די אינטעלידזשענט קאמיטע, און דאס איז פארגעקומען בעת די רוסישע אויספארשונג איז געווען אין פולן קראפט.

די יוסטיץ דעפארטמענט האט ארויסגעשיקט א סובפינא פאר די 'עפל' פירמע, אז זיי זאלן געבן די אינפארמאציע פון די צוויי סענאטארן, און פון געוויסע פון זייערע פאמיליע מיטגלידער, אריינגערעכנט א 17 יעריגער.

די שפיאנירונג אויף די וויכטיגע קאנגרעס-מיטגלידער האט זיך שוין אנגעהויבן אונטער 'דזשעף סעשנס', און איז שפעטער ווייטער אנגעגאנגען אונטער 'וויליאם באר'. קאנגרעסמאן 'עדעם שיף' האט היינט גערופן פאר די יוסטיץ דעפארטמענט צו אויפמאכן אן אויספארשונג.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל