לעבעדיגע פלעדער-מויזן אין וואהאן לאבראטאריע

פרישע בילדער וואס צייגט אנגעבליך בילדער פון לעבעדיגע פלעדער-מויזן אין די וואהאן לאבראטאריע, האט ווידער ארויפגעברענגט פראגעס אויב די ווירוס האט נישט ארויסגעליקט פון די לאבראטאריע, און כינע וויל עס פארדעקן פון דער וועלט.

אויפן בילד זעט מען וויאזוי א פארשער געבט צו עסן פאר א פלעדער-מויז אין די וואהאן לאבראטאריע, אבער ס'איז נישט באקאנט פון ווען די בילד איז.

אין די לעצטע חדשים האט זיך פארשטארקט די פארדאכטן אז די ווירוס האט ארויסגעליקט פון א לאבראטאריע, און איז בכלל נישט געקומען פון די וואהאן חיות-מארקעט, ווי כינע האט אין אנהויב דערציילט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל