פירער פון באקא כאראם טויט

א קעגנזייטיגע גרופע זאגט, אז דער פירער פון די 'באקא כאראם' טעראר גרופע, 'אבו באקאר שאקאו', איז טויט, דערנאך וואס ער האט זיך גענומען דאס לעבן, צו פארמיידן פון אריינפאלן אין געפענגעניש דורך די גרופע.

"ער האט זיך אויפגעריסן, און אזוי זיך גע'הרג'עט", זאגט א ווארט-זאגער פאר די קעגנזייטיגע טעראר-גרופע.

די ניידזשעריע רעגירונג האט אויך באשטעטיגט די נייעס, אז דאסמאל איז עס אמת, און דער שרעקליכער אכזר און מערדער איז טויט.

אין די לעצטע יארן זענען שוין עטליכע מאל ארומגעגאנגען באריכטן אז שאקאו איז דער'הרג'עט געווארן, אבער איז קיינמאל נישט באשטעטיגט געווארן.

ער איז געווען דער פירער פון די שעדליכע טעראר גרופע 'באקא כאראם', וואס איז זייער ענליך צו אייסיס מיט זייערע ברוטאליטעטן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל