הילף פון אוזבעקיסטאן?

אויב דארף די רעגירונג אין אינדיע שוין ערהאלטן הילף פון אוזבעקיסטאן זענען זיי טאקע אין א שרעקליכע מצב.

הילף קומט צו גיין פון די גאנצע וועלט, און אפילו די ארעמע לאנד אוזבעקיסטאן האט געשיקט א פליגער מיט הילף קיין אינדיע, ארויסצוהעלפן אין די ארטיגע אומדערטרעגליכע כאאס וואס הערשט אין לאנד.

נעכטן זענען אנגעקומען נאך טויזנטער פונט פון סופלייען און אקסעדזשין צילינדערס, פאר די געליטענע אינדיע, און אירע איבערגעשטרענגטע שפיטעלער.

דער אינדיער פרעמיער-מיניסטער, 'נארינדע מאדי', אנטזאגט זיך צו איינשטעלן נאך א לאקדאון, וואס די געזונטהייט באאמטע זאגן אז דאס איז אן אקט פון זעלבסט-מארד, און א נידריגע פאליטישע אקט אויפן חשבון פון טויזנטער לעבנס.

מאדי איז שוין אונטער פייער צוליב זיין פארנאכלעסיגקייט בעת וואס די ווירוס האט זיך פארשפרייט, און ער האט דאן אויך אפגעהאלטן גרויסע ראליס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל