דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ, האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט, וואו ער רייסט שארף אראפ די ניו-יארקער פראקורארן, וואס פארשן אויס זיינע ביזנעס אנגעלעגנהייטן פון די לעצטע צענדליגער יארן.
טראמפ זאגט אז די אלע אויספארשונגען זענען א המשך צו די גרעסטע מכשיפה-געיעג אין דער אמעריקאנער היסטאריע.
טראמפ'ס ווערטער קומען דערנאך וואס ס'איז באריכטעט געווארן אז דער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני, 'סיירעס ווענס', האט צוזאמגעזעצט א 'גרענד דזשורי', וואס גייט דורכטון אויב מ'זאל קרימינאל אנקלאגן פרעזידענט טראמפ, און אנדערע גרויסע שישקעס אין די טראמפ ארגאניזאציע.
טראמפ שרייבט אז די אויספארשונג איז ריין פאליטיש מאנעווירט, און ווערט אנגעפירט דורך דעמאקראטישע פראסיקיוטערס.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה