בערני סענדערס לאזט זיך אפ פון מדינת ישראל

דער אנטי-מדינת ישראל סענעטאר, 'בערני סענדערס', האט נעכטן געמאלדן אז ער לאזט זיך ארויס פון זיין פריוו צו אפשטעלן די וואפן-פארקויף פאר מדינת ישראל, דערנאך וואס די פארקויף איז שוין באשטעטיגט געווארן דורך די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט.

בערני סענדערס איז געווען איינער פון די סענעטארן וואס האבן שארף ארויסגעטרעטן קעגן מדינת ישראל, בעת וואס זי איז באהאגלט געווארן מיט טויזנטער ראקעטן, וואס האבן אריינגעווארפן מיליאנען בירגער אין א טעראר שרעק.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל