אידישע נייעס אין מלחמה זאנע: מדינת ישראל פארשארפט זייערע באמבארדירונגען

היינט דאנערשטאג האט ווייטער אנגעהאלטן די מאסן-ראקעטן וואס זענען געקומען צו פליען פון עזה מיט א שטארקייט.

הונדערטער ראקעטן זענען געקומען אריינצופליען, און האבן אריינגעווארפן די איינוואוינער אין א פחד, זעענדיג די טויט עטליכע פיס אפגערוקט.

ספעציעל איז אשדוד היינט באווארפן געווארן מיט א ריזיגע צאל ראקעטן, און די סירענעס האבן נישט אויפגעהערט צו טעראריזירן די ארטיגע איינוואוינער. מענטשן זענען געצווינגען צו לויפן פון די שעלטער ארויף, און צוריק אראפ, אזוי גייט עס אן בייטאג און ביינאכט. יעדער פארשטייט וואספארא אפעקט דאס האט, סיי אויף די געווענליכע לעבנ'ס-שטייגער, און סיי די פראמינענטע שאדן וואס די פחד געבט אריין אין די קליינע קינדערליך, וואס ווייסן נעבעך נישט וואס צו ערווארטן אין די קומענדיגע רגעים.

אין די צופרי שעות האבן די טעראריסטן אריינגעשאסן פילע ראקעטן, אזוי אויך אין די נאכמיטאג שעות. נישט לאנג צוריק האבן זיי ווידער ארויסגעלאזט שווערע הונדערטער ראקעטן, און יעצט ווען מיר שרייבן די באריכט קלינגט דא אין די "אידישע נעטווארק" אפיס די ספעציעלע אלערט עפפ אן אויפהער.

העכער בני ברק איז אויך היינט געהערט געווארן אויפרייסן, ווען די אייראן דאום מיסל-סיסטעם האט אויפגעריסן עטליכע באמבעס וואס זענען געקומען צו פליען פון עזה.

ווי געזאגט האט אשדוד היינט באקומען הונדערטער ראקעטן, און דארט זענען צוויי מענטשן ליידער פארוואונדעט געווארן פון די ראקעט אטאקעס.

אין די צופרי שעות זענען אויך געקומען צו פליען ראקעטן צו די געגנט פון תל אביב, אבער האט זיך שפעטער בארואיגט, און עטליכע פליגער זענען געזען געווארן לאנדן אין די 'לוד לופטפעלד'.

נאך א פרישע וואפן האט כאמאס היינט גענוצט, זיי האבן אריינגעשיקט א דראון, וואס האט ווארשיינליך געטראגן אויפרייס-מאטריאל אריין קיין מדינת ישראל.

צענדליגע הייזער זענען געשעדיגט געווארן פון די ראקעטן, און ליידער איז איין פרוי אומגעקומען, ווען זי איז געלאפן צו די שעלטער, ווען א ראקעט איז געקומען צו פליען אין יענע ריכטונג.

די מדינת ישראל קרעפטן האבן היינט פארשטארקערט זייערע באמבארדירונגען אין עזה, וואו צענדליגער צילן זענען אראפגעקומען ווי קליינע שפילצייגן, דערנאך וואס פליגער האבן דארט אריינגעשאסן עטליכע מיסלס. לויט באריכטן וואס איז נישט באשטעטיגט, האבן זיי געצילט און צעקנאקט איינע פון די רעזידענטן פון דער פאליטישער כאמאס פירער, 'איסמאל האניא'.

אויך האט מדינת ישראל היינט באמבארדירט די צענטראלע באנק אין עזה. אויף די רעקארדירונגען זעט מען וויאזוי ס'קומען צו פליען צוויי/דריי מיסלס, און ביז עטליכע סעקונדעס איז דער געביידע אויף דער ערד, ווען מ'הערט וויאזוי די פאלעסטינער וואס רעקארדירן עס שרייען 'אלאא אכבאר'.

אזוי אויך האבן די מיליטערישע כוחות פון מדינת ישראל צעשאסן נאך צענדליגער סטרוקטורן, און ראקעטן מאגאזינען פון די כאמאס און איסלאמיק דזשיהאד גרופעס. מדינת ישראל באאמטע אין די מיליטער געבן איבער, אז לויט זייער שפיאנאזש באריכטן, האבן זיי שוין אומשעדליך געמאכט אזויפיל ווי איבער פערציג פראצענט פון די כאמאס מיסלס אין די לעצטע צוויי טעג.

געוויסע דזשורנאליסטן וואס האבן נאנטע באציאונגען מיט גרויסע אין די כאמאס טעראר גרופע, און בכלל האבן זיי גוטע קוועלער פון אינעווייניג אין עזה, ווייסן צו דערציילן אז די יעצטיגע דריי טעג פון באמבארדירונגען, האבן שוין שאדן געמאכט פאר כאמאס נאכמער וויפיל ס'איז געווען די פארלוסטן און שאדנס אין די פופציג טאגיקע 'צוק איתן' אקציע.

די פאקט אז זיי האבן אריינגעכאפט אזעלכע קלעפ אין בלויז דריי טעג, איז עפעס וואס האט זיי מעגליך אזוי אויסגעמוטשעט, אז טאקע דערפאר האבן זיי געבעטן מדינת ישראל א פייער-אפשטעל. אבער ווי שוין נעכטן באריכטעט האט מדינת ישראל אפגעווארפן די פייער-אפשטעל.

פון עגיפטן ווערט באריכטעט אז ס'זענען אנגעקומען קיין מדינת ישראל א דעלעגאציע פון עגיפטישע דיפלאמאטן, צו זען וואס מ'קען טון צו פארגרינגערן די מצב, און ברענגען די סיטואציע צו א פייער-אפשטעל.

שפעטער אין טאג האבן די כאמאס טעראריסטן ארויסגעגעבן א פראפאגאנדע ווידיאו, וויאזוי זייערע מיליטאנטן שיסן ארויס די ראקעטן קיין מדינת ישראל, וואס דאס איז לכאורה א פריוו צו אויפהייטערן די געמיטער פון די כאמאס מיטגלידער, וואס זענען לויט די מדינת ישראל נייעס-קוועלער היבש צעקלאפט.
 
אויך האט מדינת ישראל היינט געמאלדן, אז זיי קוקן שטארק אריין אין די מעגליכקייט אונטערצונעמען א לאנד-אינוואזיע, אריינצוגיין קיין עזה, און פון דארט באזיגן טעראריסטן, וואס באהאלטן זיך אין ציווילע געגנטער, און שיסן פון דארט ארויס ראקעטן. די פירער פון כאמאס און איסלאמיק דזשיהאד האבן היינט נאכמיטאג שארף געווארנט, אז מדינת ישראל וועט זיך אנטרעפן מיט א מעכטיגע קאנטער-אטאקע, אויב וואגן זיי זיך אריינצוקומען קיין עזה. היינט זענען שוין געזען געווארן צענדליגע מיליטערישע טראקס, אפרייזן מיט טאנקען אויף זיך, צו די גרעניצן פון עזה, און דער פארטיידיגונג'ס מיניסטער, 'בני גנץ', האט אריינגערופן נאך טויזנטער זעלנער, צו זיין גרייט אויף א לאנד איבערפאל.

די געשלעגן צווישן מדינת ישראל בירגער און אראבישע איינוואוינער, האבן זיך היינט פארשטארקערט, ווען עטליכע אידן האבן אויסגעמיטן אראבישע קוילן אין לוד, מיט ממש געציילטע סעקונדעס, און ארטיגע צוזאמשטויסן מיט אראבער.

אין א ישיבה אין עכו האט אן אראבער מיט געווער, זיך געוואלט אריינכאפן אין די ישיבה, אבער איז אפגעהאלטן געווארן דורך די וועכטער.

שווערע ראיאטן קומען יעצט פאר אין חיפה, ווי גרופעס אראבישע איינוואוינער גייען ארום און צעשטערן פענסטערס, פלינדערן אויטאס, און צינדן אונטער פייערן, אויף וואס ס'קומט זיי נאר אונטער די האנט.

נישט ווייט פון די קבר פון שמעון הצדיק איז א איד ליידער שווער צעשלאגן געווארן דורך אראבישע יוגנטליכע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל