געוועזענער וויצע-פרעזידענט וואלטער מאנדעל געשטארבן

דער איינפלוסרייכער פאליטיקאנט, און געוועזענער וויצע-פרעזידענט, 'וואלטער מאנדעל', איז נעכטן געשטארבן אין עלטער פון 93 יאר.

וואלטער מאנדעל האט געדינט אלס וויצע-פרעזידענט פאר פרעזידענט קארטער, און איז געווען דער ערשטער וויצע-פרעזידענט וואס האט ארויפגעברענגט די איינפלוס פון א וויצע-פרעזידענט.

ביז דאן איז א וויצע-פרעזידענט געווען ווי א טיטל אן קיין מיטל, אבער ער איז געווען דער ערשטער וואס האט געהאט אן אקטיווער טייל אין די אדמיניסטראציע, און פרעזידענט קארטער האט זיך אסאך פארלאזט אויף אים.

זינט דאן איז דער וויצע-פרעזידענט אמט א וויכטיגער פאזיציע, סיי אין איינפלוס, און סיי אין נאציאנאלע רעספעקט.

מאנדעל האט געווינען די נאמינאציע צו לויפן אויף די דעמאקראטישע זייט פאר פרעזידענט, קעגן דער דאן פאפולערער פרעזידענט 'ראנעלד רעיגן'. דאס איז געווען אין יאר 1948. מאנדעל האט דאן שטארק פארלוירן צו פרעזידענט רעיגן, און איז אריינגעקומען מיט בלויז דרייצן עלעקטארעל קאלידזשעס. איין שטאט און וואשינגטאן די סי.

מאנדעל איז אויך געווען א שעפערישע פאליטיקאנט, מיט פרישע פאליסיס און אינטערעסאנטע געדאנקען, אבער דאס אלעס האט אים נישט געברענגט צו געווינען דעם פאפולערער פרעזידענט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל