יו.ען. זוכט פרידליכע שליכטונג צו די מיאנמאר סומאטוכע

א יו.ען. איינגעשטעלטער איז אנגעקומען קיין טיילאנד, וואו ער גייט אפהאלטן זיצונגען מיט באאמטע, צו זען וויאזוי מ'קען ברענגען אן ענדע צו די שרעקליכע בלוט-באד אין מיאנמאר.

דער שליח פון די יו.ען. צו מיאנמאר האט צוערשט פארלאנגט אריינצוגיין קיין מיאנמאר, אבער די ארטיגע רעגירונג האט עס אפגעווארפן.

די לעצטע טעג האבן רעגירונג קרעפטן זיך ארויסגעלאזט אין בלוטיגע אבלאוועס אויף פרא-דעמאקראטישע פראטעסטירער און זייערע פירער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל