שרעקליכע רויבעריי אין יוהנסבורג, דרום אפריקע

א שרעקליכע רויבעריי איז פארגעקומען אין א כולל אין יוהנסבורג, דרום אפריקע ווען עטליכע יוגענטליכע האבן זיך איינגעבראכן און פון דארט גערויבט קאמפיוטער'ס און סעלפאון'ס און נאך ווערטפולע חפצים.

די רויבער האבן איינגעבינדן עטליכע אידן וואס זענען דאן געווען אין די כולל זענען צוגעבינדן געווארן דורך די רויבער מיט טליתים וואס זיי האבן פון דעם געמאכט פרעוויזארישע שטריק און אזוי ארום געבינדן די אידן.

ווען די קעכער איז אנגעקומען צופרי צו אנגרייטן די קידוש בעפאר שבת האט ער געטראפן די אידן איינגעבינדן ליגן אויף דער ערד. ער האט זאפארט געריפן פאר הילף און געראטעוועט די פארבינדענע אידן.

יוהנסבורג, איז א פארברעכערישע שטאט און די אידישע געגענטער האבן אפילו שומרים וואס געבן אכט 24 שעה אין טאג אז פארברעכער זאלן נישט דורך פירן זייערע ווילדע אקטן אין די אידישע קווארטל.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל