מאמע מארדעט אירע דריי קינדער

א שרעקליכע אינצידענט איז פארגעקומען אין לאס אנדזשעלעס, ווען א מאמע האט אומגעברענגט אירע דריי קליינע קינדער.

די קערפער פון די קינדער, א דריי און פיר יעריגע מיט א פיצל קינד פון בלויז זעקס חדשים, זענען נעכטן אינדעפרי אפגעפונען געווארן דורך זייער באבע, וואס איז דאן אהיים געקומען. די פרוי וואס ווערט באשולדיגט אין די מארד איז ארעסטירט געווארן דורך די ארטיגע פאליציי.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל