פרוי לייגט ארויס דאנק בריוו פאר צוויי בחורים

א פרוי פון דרום-קאראליינע האט ארויסגעלייגט א בריוו אויף די פעיסבוק סאציאלע פלאטפארמע, וואו זי באדאנקט זיך פאר צוויי בחורים וואס האבן זיך אפגעשטעלט, און פארראכטן די רעדער פון איר קאר.

די פרוי איז געווען אויפן וועג אהיים קיין דרום-קאראליינע, נאכן וויילן די ענדע וואך אין פלארידע. זי איז געווען אויף איינע פון די גרויסע שאסייען וואס לויפן דורך די ברייט פון די פאראייניגטע שטאטן, ווען א רעדל פון איר קאר האט זיך צעלעכערט און זי האט נישט געקענט ווייטער פארן.

צוויי היימישע בחורים האבן זיך אפגעשטעלט און פארראכטן די אויטא. די ישיבה-בחורים האבן נישט געוואלט נעמען פון איר קיין געלט, אבער האבן יא געמאכט א גרויסע קידוש השם.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל