אן עלטערע פרוי אין טעקסעס איז ארעסטירט געווארן, דערנאך וואס זי האט זיך אנטזאגט פון אנטון א מאסק אין א פריוואטע געביידע.
די פרוי האט אפגע'חוזק'ט פון די גאנצע מאסק רעגולאציע, און האט געשריגן אויף דער פאליציי-מאן אז זי איז אין א פאבליק-געביידע, אויף וואס די פאליציי האבן איר געלאזט וויסן אז דאס איז א פריוואטע ביזנעס, און זיי פארלאנגען פון יעדער וואס קומט אריין צו אנטון א מאסק.
נאך וואס זי האט נישט געוואלט אויספאלגן די פארלאנג פונעם אפיציר, האט ער איר אראפגעווארפן אויף דער ערד און ארעסטירט.
ווען זי איז געליגן אויף דער ערד האט זי הויך אויסגעשריגן אז דאס איז פאליצייאישע ברוטאליטעט, אויף וואס די ארומיגע האבן רעאגירט מיטן איר צוריקזאגן אז ס'איז נישט פאליציי-ברוטאליטעט, נאר זי ווערט ארעסטירט דערנאך וואס זי האלט נישט ביים זיך צושטעלן צו די רעגולאציעס פון די ארטיגע אייגנטומער.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה