הייטי ביים שוועל פון צוזאמברוך

שווערע גאסן-שלאכטן קומען פאר אין די ארעמע לאנד האיטי, דערנאך וואס די עקענאמיע איז גאר שוואך. פאליטישע קארופציע נעמט ארום יעדע טייל פון די רעגירונג, און גאר שוואכע זיכערהייט אויף די ארטיגע גאסן.

אין די לעצטע פינף טעג איז האיטי געווארן פון אן אנארכיסטישע לאנד צו גאר אן אנארכיסטישע לאנד... פארברעכערישע באנדעס דרייען זיך אין די גאסן און פארכאפן מענטשן, אוועק צו זייערע הויפטקווארטירן אין די זייטיגע שטעט.

ארגאניזירטע פארברעכנס איז בכלל נישט קיין נייער באגריף אין האיטי. אין פאקט איז זי איינע פון די שעדליכסטע לענדער איבער דער וועלט, ווי אויך איינע פון די ארעמסטע לענדער.

די באנדעס האבן גענוג געלט אויפצוהעצן דאס פאלק, און זיי פארשטיין געבן אז די רעגירונג איז זייער פראבלעם, און נישט די בלוט-פארגיסונגען דורך זייערע פארברעכנס.

פאליציי האט אין די לעצטע עטליכע וואכן דורכגעפירט ארעסטן אויף פאליציאנטן, וואס לויט זיי זענען די געזעץ-היטער פאלנע פארברעכער און שווינדלער. די פראבלעם איז אבער אז די רעגירונג איז איין שטיק קארופציע, פון אויבן ביז אונטן איז הייטי דורכגעפוילט מיט קארופציע, און קיינער האט נישט קיין צוטרוי אין דער צווייטער.

די אלע פאקטארן צוזאמען, אינאיינעם מיט דאס ארעמקייט, וואס איז אויף א שרעקליכער פארנעם, האט געפירט צו גרויסע פראטעטסן און גאסן שלאכטן, מיט די מיליטער און פארברעכער.

די גענגס האבן שוין איבערגענומען א גרויסע חלק פון די דערפער ארום די הויפטשטאט 'פארטאופרינץ', ווי אויך האבן זיי געוויסע שטעט וואו זיי האלטן איינגעשפארט די מענטשן וועם זיי האבן פארכאפט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל