ריקאל אין קאליפארניע רוקט זיך פאראויס

רעפובליקאנער קאליפארניע אקטיוויסטן האבן דערגרייכט צוויי מיליאן חתימות, וואס רופט פאר א ריקאל אויף גאווערנער געווין 'נוסעם'.

די רעפובליקאנער זענען זייער בייז אויף די קאראנעווירוס צוימונגען וואס 'נוסעם' האט ארויפגעשטעלט אין קאליפארניע, ווי אויך זאגן זיי אז 'נוסעם' האט זייער שלעכט באהאנדלט די קאראנע אויסברוך אין יענע סטעיט.

צו קענען דורכפירן א ריקאל אין קאליפארניע, דארפן די וואס רופן די ריקאל שאפן 1.5 מיליאן אונטערשריפטן פון לעגאל בארעכטיגע וואוטערס וואס רופן פאר די ריקאל.

יעדער איינער איז בארעכטיגט אנצוהויבן א ריקאל, אבער מוז נאכקומען די פארשריפטן וואס פארלאנגט זיך עס פאקטיש דורכצופירן, אבער שאפן די אונטערשריפטן איז די שווערסטע ביי א ריקאל.

גאווערנער נוסעם שרעקט זיך גאנץ ווינציג פון א ריקאל, דערנאך וואס קאליפארניע איז א שטארק בלויע שטאט, און ער גייט נישט פארלירן די וואלן לויט אלע ווארשיינליכקייטן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל