א שטודיע דורכגעפירט אינעם ’בילינסאן‘ שפיטאל אין ארץ ישראל אויף דרייסיג פאציענטן וועלכע האבן זיך ערהוילט פון שווערע פעלער פון קאראנע צייגט אז די פיזישע צושטאנד פון די מענטשן זענען ענליך צו מענטשן פון 85 יאר אלט. דער דורכשניט פון די באטייליגטע אין די שטודיע זענען געווען 45 יאר אלט, און מען האט זיי געמאסטן די שטארקייט דורך פארשידענע פאקטארן ווי הייבן שווערע וואג, לויפן, זיך אוועקזעצן און אויפשטיין שנעל, און דערביי געמאסטן זייער בלוט דרוק און אטעם. די רעזולטאטן פון די שטודיע צייגט אז די וועלכע האבן געהאט קאראנע ליידן פון לאנגע נאכווייען ווי שוואכקייטן אין די מוסקלן, שוועריגקייטן מיט‘ן אטעם און מען דארף אונטערנעמען איבונגען און טעראפי צו קענען צוריקקומען גענצליך צום פיזישן שטארקייט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה