כינע און רוסלאנד פאראייניגן זיך אין ספעיס

כינע און רוסלאנד קערן זיך אלס מער אוועק פון אמעריקע'ס 'נאסא ספעיס סטאנציע', און פלאנירן אליין אויפצובויען א ספעיס סטאנציע וואס זאל קענען גענוצט ווערן דורך אלע לענדער.

דאס אז רוסלאנד פארשט ספעיס, איז נישט קיין גרויסע זארג, רוסלאנד איז באקאנט מיט זייערע גוטע פארשער און אמביציעזער אפעטיט צו אריינכאפן וואס מער. אבער די יעצטיגע פאל איז אנדערש, דערנאך וואס לויט אלע שפעקולאציעס האבן זיך די צוויי לענדער פאראייניגט, בעיקר פאר מיליטערישע צוועקן, וואס זיי פארדעקן נאר מיט ציווילע מיסיעס.

אמעריקע איז היבש באזארגט מיט די פרישע אנטוויקלונג, דערנאך וואס כינע און רוסלאנד זענען די צוויי גרעסטע קאנקורענצן מיט אמעריקע, און זענען אויך די צוויי לענדער וואס זוכן וויאזוי צו שעדיגן אמעריקע'ס דעמאקראטישע סיסטעם.

ס'איז נישט קיין פראגע אז רוסלאנד מיט כינע זענען ווייט נישט די מאכטן וואס אמעריקע איז, אבער זיי ריקן זיך פאראויס מיט א שנעלער גאלאפ, ספעציעל כינע.

רעפאבליקאנער פאליטיקאנטן האבן שטארק אראפגעריסן די ביידען אדמיניסטראציע, וואס לויט זיי איז ביידען'ס ארבעט אנבאלאנגט כינע גאר שוואך.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל