פרעזידענט ביידען שרייבט אונטער די ריזן 1.9 ביליאן קאראנע הילף פעקל

פרעזידענט ביידען האט היינט א זיגרייכער אונטערגעשריבן די קאראנע הילף פעקל, וואס איז צוויי טעג צוריק באשטעטיגט געווארן אין סענאט.

מיט עטליכע וואכן צוריק האט אזא הילף פעקל אויסגעזען ווי א חלום. די רעפאבליקאנער האבן שטארק פארפירט אז די הילף פעקל איז אבי ארויסגעווארפן גרויסע סומעס וואס האבן גארנישט מיטן ווירוס. אפילו פון די דעמאקראטישע זייט האט געפעלט א האר אז ס'זאל זיין אומסוקסעספול, דערנאך וואס סענאטאר 'דזשאו מענשין', פון מערב-ווירדזשיניע, האט געוואלט אז די עטליכע זאכן אין די הילף פעקל זאלן געטוישט ווערן.

מערב-ווירדזשיניע איז א שטארק רעפאבליקאנער שטאט, מיט וואס 'מענשין' דארף זיך רעכענען פאר זיין ווידערוויילונג. ס'איז בכלל א חידוש וויאזוי א דעמאקראט האט באוויזן צו זיגן אין אזא בלוט-רויטע שטאט. די לינקע האבן אנגעהויבן פירן א מערכה קעגן אים, אבער די מער צענטעריסטישע דעמאקראטן האבן געווארנט די ליבעראלן אז מיטן ארויסגיין קעגן 'מענשין' שטעלן זיי איין די מייאריטעט וואס די דעמאקראטן האבן אינעם סענאט.

פרעזידענט ביידען האט אדרעסירט די לאנד היינט נאכט, ארום אכט אזייגער, ווי ער האט ארויסגעהויבן זיין סוקסעס, מיטן זען אז די ביל זאל צושטאנד קומען, אויך איז ערווארטעט אז ביידען וועט זיך ארויסלאזן אויף א זיג-רייזע ארום עטליכע שטאטן פון אמעריקע.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל