אימפיטשמענט פראצעס קעגן טראמפ הייבט זיך אן היינט; ביידע זייטן פאראייניגן זיך אויף שנעלע פראצעס

פרעזידענט טראמפ האט געמאכט אסאך היסטאריע אלס פרעזידענט, און ער האט היינט ווידער געמאכט היסטאריע אלס עקס-פרעזידענט זייענדיג דער ערשטער פרעזידענט צו ווערן געשטעלט פאר אן אימפיטשמענט פראצעס נאכ'ן אפטרעטן פון אמט. דער פראצעס האט זיך אנגעהויבן היינט מאנטאג איינס אזייגער מיטאג, און אויב וועט עס גיין ווי געפלאנט וועט זיך דאס שליסן דעם דאנערשטאג.

רעפובליקאנער און דעמאקראטן האבן געשלאסן אן אפמאך צו פארשנעלערן דעם פראצעס און נישט אפהאלטן לאנגע פארהערן און רופן עדות, ביידע זייטן האבן אן אינטערעס אין א שנעלע פראצעדור, די דעמאקראטן ווילן נישט אויפהאלטן די נאמינאציעס פאר די ביידען אדמיניסטראציע און אנדערע סענאט פונקציעס, און רעפובליקאנער זוכן צו איבערמישן דאס בלעטל איבער די ווילדע יאנואר 6 ראיאטן.

אונטער דעם אפמאך וועלן ביידע זייטן קריגן 16 שטונדן צו פארשטעלן זייער שטעלונג, עס האט זיך אנגעהויבן היינט מיט א דעבאטע פון פיר שעה איבער די פראגע אויב די אימפיטשמענט איז אויסגעהאלטן פון א לעגאלע שטאנדפונקט, און עס איז אריבער מיט דעמאקראטישע שטימען, און דאן וועט זיך דער פראצעדור עפענען מארגן ווען ביידע זייטן וועלן פארשטעלן זייערע שטעלונגען, און דאן וועט ווערן אפגעהאלטן אן אפשטימונג.

די באשולדיגונגען וועלן פארגעשטעלן ווערן דורך קאנגרעסמאן דזשעימי ראסקין פון מערילענד וועלכער דינען אלס פראקוראר און וועט פארשטעלן די באשולדיגונג אז טראמפ האט "פארשפרייט פאלשע אינפארמאציע איבער די וואלן און געהעצט די מאסן" – ספיקער פעלאוסי האט אים אויסגעוועלט וויבאלד ער איז א יוריסט און געוועזענער פראפעסאר פון קאנסטיטוציאנאלע געזעץ. ער איז טייל פון א גרופע פון 9 קאנגרעסלייט וועלכע זענען די 'אימפיטשמענט מענעדזשערס' און דינען אזוי ווי א שטאב פון פראקורארן.

די פארטיידיגונג פון טראמפ וועט פארגעשטעלט ווערן דורך זיינע אדוואקאטן, דעוויד שאוען און ברוס קעסטאר וועלכע האבן שוין פארעפנטליכט זייער פארטיידיגונג סטראטעגיע און וועלן זיך קאנצעטרירן איבער די לעגאליטעט פונעם פראצעדור אז מען קען נישט אימפיטשן א געוועזענעם פרעזידענט, און אזוי ארום אונטערמינעווען דעם גאנצן פראצעדור אנשטאט באשיצן דעם געוועזענעם פרעזידענט פון די באשולדיגונגען.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל