רוסלאנד פאראורטיילט אפאזיציע פירער צו דריי אהאלב יאר טורמע

א געריכט אין רוסלאנד האט צוגעטיילט דריי אהאלב יאר טורמע צום אפאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני וועלכער האט זיך נארוואס אומגעקערט פון דייטשלאנד נאכ'ן זיך ערהוילן פון א דורכגעפאלענע אטענטאט פארזוך. אין די לעצטע וואכן זענען פארגעקומען שטורמישע פראטעסטן אין רוסלאנד פאר זיין באפרייאונג און דער שטרענגער אורטייל איז ערווארטעט צו ארויסרופן מער אויפברויז. ער האט געקריגן זיין אורטייל צוליב קלאגעס פון מיסברויכן געלטער און קארופציע אין אן ארגאניזאציע וואס ער האט אנגעפירט, אבער ער זאגט אז די קלאגעס זענען פאבריצירט און לעכערליך און דער ציל פון פוטין איז אים צו פארשווייגן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל