נאסא מאכט היסטאריע מיט'ן לאנדן א 'ראווער' אויף מאדים

דער אמעריקאנער ספעיס פארש פראגראם האט אפגעצייכנט א וויכטיגע מייל-שטיין אינעם געיעג צו שיקן א מענטש צום 'מארס' פלאנעט מיט די לאנדונג פונעם פארגעשריטענעם 'קוריאסיטי' פארש געצייג, א גאר פארגעשריטענע ראבאט מיט פארש מעגליכקייטן וועלכע וועט צום ערשטן מאל נעמען סעמפלס פון די ערד פון מארס און געבן פאר וויסנשאפטלער א בעסערע פארשטאנד איבער די מעגליכקייט פאר מענטשן צו איבערלעבן אין די אומשטענדן אין דעם פלאנעט וועלכע געפונט זיך צענדליגע מיליאנען מייל אוועק פונעם ערד-קוגל. דאס איז נישט דער ערשטער אמעריקאנער מאשין אויף דעם פלאנעט אבער עס הערשט גרויס ענטוזיאזם ארום דעם מיסיע וויבאלד עס איז דאס ערשטע מאל וואס מען האט די מעגליכקייט צו בעסער פארשן די מאטריאל פון וועלכער דער פלאנעט איז צוזאמגעשטעלט, און עס קען אויך צוריקשיקן גאר וויכטיגע אינפארמאציע וועלכע ברענגען אמעריקע מיט א טריט נענטער צו אייגענטלעך שיקן אן אסטראנאט. דער 'קוריאסיטי' (נייגער) געצייג איז ארויסגעשאסן געווארן מיט א ראקעט צוריק אין יולי, און האט נעכטן געמאכט א קאמפליצירטע און זיכערע לאנדונג וועלכע איז מיטגעהאלטן געווארן לעבעדיג דורך צענדליגע מיליאנען אמעריקאנער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל