ביידען אדמיניסטראציע באצייכנט מיליטערישע שריט אין מיאנמאר אלס אומלעגאלע פוטש

דער ביידען אדמיניסטראציע האט היינט באשטעטיגט אז מיאנמאר איז אריבער א פוטש און איז מער נישט קיין דעמאקראטיש לאנד. דאס באדייט אז אמעריקע וועט אפהאקן אלע אירע הילף פאר'ן לאנד. "מיר אנערקענען בלויז די דעמאקראטיש ערוויילטע אלס לעגיטימע פארשטייער פונעם פאלק" זאגט א סטעיט דעפארטמענט סטעיטמענט. דער סטעיטמענט זאגט אז אמעריקע האט געמאכט דעם באשלוס אינאיינעם מיט יאפאן און אינדע, וועלכע זענען שכנים פון מיאנמאר.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל