חברים פון בחור וואס איז אומגעקומען: אנטי-וואקסין פראפאגאנדע האט אים אומבגעברענגט

אין ארץ ישראל איז אין די לעצטע טעג נפטר געווארן הבחור היקר אברהם בעדמאן ע"ה אין עלטער פון 36 יאר אלט פונעם קאראנעוויירוס. זיינע חברים האבן אין שמועס מיט'ן ארטאדאקסישער נייעס קוואל 'כיכר השבת' אויפגעדעקט אז אברהם האט געקלערט פון זיך וואקסינירן מיט וואכן צוריק אבער פראפאגאנדע און ליגנטס ארום דעם וואקסין האבן אים אפגעשראקן, נאכדעם ער האט געזען אין א פאמפלעט אז דער וואקסין איז גורם אז מען קען נישט אויפשטעלן קיין שטוב ח"ו, א זאך וואס איז נישט אונטערגעשטיצט ביי קיין שום פאקטן. דער רב פונעם נפטר יבלחט"א הרב ישי לעסער שליט"א האט אויך געזאגט פאר'ן די חרדישע פרעסע אין ארץ ישראל אז די וועלכע פארשפרייטן שקרים קעגן וואקסינען זענען פאראנטווארטליך פאר זיין פריהצייטיגע פטירה.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל