סענאט וועט אנהייבן אימפיטשמענט פראצעדור דעם מאנטאג

טראץ א פארלאנג פון מיטש מעקאנעל צו אפשטופן די אימפישטמענט מיט אפאר וואכן צו געבן צייט פאר טראמפ צו אנגרייטן זיין פארטיידיגונג האט ספיקער פעלאוסי און טשאק שומער געמאלדן אז די אימפיטשמענט וועט אפגעשיקט ווערן צום סענאט דעם מאנטאג, עס פעלט זיך אויס 67 שטימען אים צו עפעקטיוו פאראורטיילן, וואס באדייט אז עס פעלט זיך אויס 17 רעפובליקאנער, א זאך וואס זעט דערווייל נישט אויס רעאליסטיש. טראמפ האט אויפגענומען דעם אדוואקאט בוטש באויערס אים צו פארטיידיגן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל