סטאק מארקעט אונטער שאק פון ארגאניזירטע שפיצל

דער סטאק מארקעט האט אין זיך שטארקע בענעפיטן און דינט אלס א פונדאמענט פון די עקאנאמיע, אבער עס האט צו זיך אויך געוויסע ׳מאנקי ביזנעס׳ טאקטיקן וועלכע ווערן אפט קריטיקירט אלס ריזיקאלישע ׳וואל סטריט׳ אויפפירונג וואס איז באזירט אויף לופט און דרייט טריליאנען, און דער באלאן קען פלאצן איבערנאכט.

אן אראנזשירטע באנדע פון סאפיסטיקירטע לצים וועלכע ארבעטן אינאיינעם דורך קאמיוניקירן אויף סאציאלע מידיע האבן באשלאסן צו צייגן דעם אבסורד דורך קויפן מאסיווע קוואנטום׳ס פון א ביליגע סטאק אויף וועלכע גרויסע ׳העדזש פאנדס׳ האבן געלייגט א ׳בעט׳ אז עס וועט אראפגיין (שארטינג) – און דערמיט געברענגט ביליאנען דאלער אין שאדנס, און האבן פארדינט מיליאנען איבערנאכט בלויז פון בלאזן א באלאן אינאיינעם.

די גרופע האט זיך גענומען צו אן אנאנימע און אומבאקאנטע סטאק פון ׳געים סטאפ׳ וועלכע איז געווען אין די געגענט פון עטליכע אין צוואנציג דאלער איז געשטיגן צו איבער פינף הונדערט דאלער, און דאן צו נאך סטאקס אויף וועלכע וואל סטריט האט ׳געשארטעד׳ (דאס הייסט געלייגט געלט אז דאס וועט אראפגיין) איבערלאזנדיג דעם מארקעט שאקירט, און א געוויסע העדש פאנד האט פארלוירן ביליאנען צוליב דעם.

אויף צו אפשטעלן דעם ׳בלוטינג׳ האבן פאפולארע אפליקאציעס וואס פארקויפן קליינע חלקים אין סטאקס פאר מענטשן וואס זענען נישט פראפעסיאנאלע אויף די מארקעט באגרעניצט דאס קויפן די סארט סטאקס, אויף וואס עס האט זיך גלייך געעפנט א וויי-געשריי פון געזעצגעבער, אריינגערעכנט טעד קרוז, און אלעקסאנדע אקאזיא-קארטאז איבער די אומ׳יושר פון די פירמעס אז נאר רייכע קענען שפילן מאניפולאציעס אויף די סטאק מארקעט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל