טוויטער האט געמאלדן אז זי האט אפגעשפארט 70 טויזנט אקאונטס וועלכע האט באלאנגט פאר קיו-ענאן (QAnon) עקסטרעמיסטן.
קיו-ענאן, איז א רעכטע עקסטרעמיסטישע גרופע וועלכע איז געבויעט אויף א טעאריע, אז עס איז פארהאן א קאבאל וועלכע ווערט געפירט דורך געוויסע שדים וועלכע פארקויפן קליינע קינדער אויף די שווארצע מארקעט און זוכן צו אומברענגען דאנאלד טראמפ.
קיו-ענאן שטיצערס, האבן שוין אין די פארגאנגענהייט באשולדיגט צענדליגע פאליטישאנס און אקטיארן צו זיין א טייל פון די קאבאל, אריינגערעכנט פרעזידענט אבאמא, הילער קלינטאן. די טעאריע איז באשאפן געווארן און ווערט געשטיצט דורך די רוסישע רעגירונג.
(Photo Credit: Global News)
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה