(Photo Credit: The Daily Beast)
די סטראשע קומט אין די יאר-טעג וואס פרעזידענט טראמפ האט פארארדענט די אמעריקאנער מיליטער צו אומברענגען די איראנער מיליטערישע גענעראל קאסאם סולימאני, דורך א דראון אטאקע. אן אקט, וואס איראן זוכט שוין א לאנגע צייט א וועג וויאזוי זיך נוקם צו זיין אין אמעריקע.
די סטראשע ווארנט אז זי וועט מארגן (מיטוואך), אריינפירן א פליגער אין די היסטארישע געביידע פונעם קאנגרעס, די קאפיטאל, אין א טאג ווען די קאנגרעס איז געפלאנט צו באשטעטיגן די עלעקטארעל שטימען.
עס איז נאכנישט קלאר ווער עס האט געשיקט די סטראשע, און אויב די איראנער רעגירונג שטייט דערונטער, אבער אן אויספארשונג איז געעפנט געווארן, איבער וויאזוי זיי האבן באוויזן זיך אריינצובאקומען אין די אמעריקאנער אוויאציע קאנאל.
די פענטעגאן און אנדערע זיכערהייט אגענטורן זענען באריכטעט געווארן איבער די נייעס, אבער וויאזוי די סי.בי.עס. נייעס אגענטור שרייבט, טוט די רעגירונג נישט נעמען די סטראשע ערנסט, און האלטן אז עס איז א בלויזע סטראשע.
א מעסעדזש איז געווארן ארויסגעשיקט צו אלע אוויאציע זיכערהייט אגענטורן, אז אויב זיי כאפן אויף ווי א פליגער פארפארט פון איר וועג, זאלן זיי דאס גלייך באריכטן.
די עף-בי-איי האט נישט געוואלט געבן א קאמענטאר איבער די נייעס, נאר געזאגט, אז יעדע סטראשע איבער זיכערהייט, נעמט זי ערנסט. די פעדעראלע אוויאציע אגענטור האט געמאלדן אז זי איז אין קאנטאקט מיט די פאליציי און עף-בי-איי.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה