קוק, א קעדילעק אין די לופט:
די באקאנטע אויטא-פראדוצירער דזשי-עם האט ארויסגעשטעלט א נייע קעדילעק מאדעל. א דרייווערלאזע אויטא וועלכע פליעט אין די לופטן. 

וויאזוי דזשי-עם זאגט איז די אויטא ספעציעל געמאכט פאר ארבעטערס וועלכע ברויכן פארן צו זיצונגען פון איין געביידע צו א צווייטע אין די רוישיגע סיטי גאסן, און מיט די אויטא קען מען זיך שפארן פיל צייט נישט צו דארפן זיצן אין טראפיק.

דזשי-עם האט געזאגט אז די ווידעא טוט צייגן וויאזוי די פריוואטע טראנספארטאציע וועט אויסקוקן אין די נישט-ווייטע צוקונפט.
 
בלויז איין פערזאן קען אריינגיין אין די אויטא. די אויטא ארבעט מיט בעטערי, און קען פארן ביז 55 מ.פ.ש. דזשי-עם האט נישט געוואלט ארויסגעבן מער דעטאלן איבער די אויטא.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל