קעגנער פון נתניהו דינגט ׳פראדזשעקט לינקאלן׳ סטראטעגיסטן אין קאמפיין קעגן נתניהו

גדעון סער, דער ליכוד מיניסטער וועלכער פארמעסט זיך אין א נייע פארטיי קעגן נתניהו, האט געדינגן די דינסטן פון א גרופע רעפובליקאנער סטראטעגיסטן פירמע, וועלכע האבן געפירט א קאמפיין קעגן טראמפ אין די פארלאפענע וואלן, מיט'ן נאמען ׳פראדזשעקט לינקאלן׳. די גרופע רעפובליקאנער אנטי-טראמפ סטראטעגיסטן האבן זיך באנומען מיט ברענגן רעפובליקאנער שטיצע פאר ביידען. סער - וועלכער איז רעכט-געשטימט - האפט צו נוצן די זעלבע טאקטיקן צו כאפן שטימען פונעם רעכטן לאגער פון נתניהו.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל