אייראפישע לענדער פארמאכן די טויערן צו אמעריקע

סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא האט היינט גע'קענסלט א רייזע צו אייראפע נאך וואס עטליכע פירער פון אייראפישע לענדער האבן געלאזט וויסן פאר פאמפעא אז זיי זענען מער נישט אינטערסירט זיך צו טרעפן מיט איינגעשטעלטע פון די טראמפ אדמינסטראציע, צוליב איר ראלע אינעם אטאקע אויפ'ן קאפיטאל.

לוקסעמבורג, א קליין לאנד אין אייראפע, איז איינס פון די לענדער וועלכע האבן אפגעזאגט זיך צו טרעפן מיט פאמפעא צוליב די אדמינסטראציעס ראלע אינעם אטאקע, איר פרעמיער מיניסטער האט היינט אין א סטעיטמענט געזאגט: "טראמפ איז א קרימינאל. א פאליטיש צורידערטע פארשוין, וועלכע זאל ווערן אפגעשיקט צו א קרימינאלע געריכט. ער איז א מענטש וועלכע איז געווארן ערוועלט דעמאקראטיש, אבער איז נישט אינטערסירט אין קיין דעמאקראטיע. די יאנוואר 6 אטאקע איז געווען א 9/11 אטאקע אויף דעמאקראטיע, און טראמפ איז דער וואס האט דאס צוגעברענגט".

לוקסעמבורג איז איינס פון די צענדליגע לענדער וואס אירע פירער האבן באשולדיגט טראמפ אין די אטאקע אויפ'ן קאפיטאל, שוועדן, ענגלאנד, סקאטלאנד, קאנאדא, דייטשלאנד, מאלאזיע, דרום אפריקע, האבן אויך געלאזט הערן קריטיק אקעגן טראמפ פאר'ן צושטערן אמעריקע'ס דעמאקראטיע און פאר'ן צוברענגען די אטאקע.

אמעריקע'ס פיינט ווי איראן, כינע, ווענעזועלע און לבנון האבן אויך אויסגענוצט די געלעגנהייט אראפצורייסן טראמפ און זיינע אויסערן-פאלעסיס.
(Photo Credit: Foreign Policy)

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל