אינטענסיווע פארהאנדלונגען ארום דעם פיליבאסטער

טראץ וואס דעמאקראטן האבן דעם מערהייט אינעם סענאט (צוליב וויצע פרעזידענט העריס וואס דינט אלס די 51'סטע שטימע פאר דעמאקראטן), זענען נאך אסאך זאכן פארהאנקערט, די קאמיטעען ווערן נאך אנגעפירט דורך רעפובליקאנער און דער סענאט האט זיך נאכנישט פאראייניגט אויף אן ׳ארגאניזירונג רעזאלוציע׳ וועלכע שטעלט אוועק די ראלעס אין סענאט.  דאס איז צוליב אנגייענדיגע פארהאנדלוגנען צווישן דעמאקראטן און רעפובליקאנער ארום דעם 'פיליבאסטאר', דעמאקראטן וועלן פטור ווערן דערפון אבער מעקאנעל האלט זיך שטארק דערצו. דעמאקראטן האבן נישט גענוג שטימען דערפאר וויבאלד צווי דעמאקראטן זענען קעגן דעם געדאנק, דעריבער קומען פאר אינטענסיווע פארהאנדלונגען אונטער די קוליסן, אבער מעקאנעל האט שוין קלארגעשטעלט אז עס איז נישטא קיין שום אויסזיכט אז ער וועט מוותר זיין אויף דעם פיליבאסטער רעכט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל