פרעזידענט דזשאו ביידען איינגעשוואוירן אלס 46'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן

•אכט אזייגער אינדערפרי האט דער ארויסגייענדער פרעזידענט טראמפ פארלאזט דעם ווייסן הויז צום ׳סעינט ענדרוס׳ באזע וואו ער האט געגעבן א קורצע רעדע און אפגעפלויגן צו זיין רעזידענץ אין פלארידע.

•וויצע פרעזידענט העריס איינגעשוואוירן אלס ערשטע פרוי צו דעם פאזיציע; ביידען איינגעשוואוירן 11:59 א מינוט פאר מיטאג.

•ביידען עפנט זיין רעדע מיט: עס איז דער טאג וואס דעמאקראטיע האט געווינען און רופט פאר פאראייניגונג און פארשפרעכט צו זיין א פרעזידענט פאר אלע אמעריקאנער. זאגנדיג "מיר מוזן ענדיגן דעם אומציווילן קריג."

•ער האט דערמאנט די לעצטע געשעענישן און געזאגט ״בלויז עטליכע פרעזידענטן זענען אריינגעקומען אין אמט אין אזא שווערע צייט״. און געזאגט אז ער פלאנט צו אונטערנעמען גרויסע פלענער צו פארריכטן אמעריקע׳ס פראבלעמען.

•״אויף צו איבערקומען אלע אונזערע שוועריגקייטן מוזן מיר זיין פאראייניגט, פאליטיק מוז נישט זיין א פייער וואס פארברענט אלעס... אין די לעצטע וואכן האבן אונז געלערנט א לעקציע, עס זענען דא פאקטן און עס זענען דא ליגנטס, און מיר מוזן זיך האלטן צו די פאקטן...״

•פרעזידענט טראמפ איז געווען אפוועזנד, אבער דער ארויסגייענדער וויצע פרעזידענט פענס האט באגלייט וויצע פרעזידענט העריס צום ווייסן הויז.

•אין זיין ערשטע טוויט אלס פרעזידענט האט ביידען געשריבן: איך האב נישט קיין צייט צו פארשווענדן, איך בין שוין אויפ׳ן וועג צום אוועל אפיס צו נעמען ערנסטע שריט צו העלפן אמעריקאנער פאמיליעס.

•טראמפ זאגט אז ״איך וועל זיין צוריק אויף עפעס אן אופן״ – פרעסע באריכטן אז ער קלערט פון גרונדן אן אייגענע פאליטישע פארטיי – די ״פאטריאטן פארטיי״.

•אין די לעצטע מינוט: טראמפ שרייבט אונטער דעקרעט צו שענקן ׳סיקרעט סערוויס׳ באשיצונג פאר אלע זיינע קינדער.

•ביידען שרייבט אונטער 17 עקזעקיוטיווע דעקרעטן אינעם ערשטן טאג, איבער: אימיגראציע, קלימאט טויש, און נאך. רוב פון זיי צו אנולירן טראמפ׳ס עקזעקיוטיוו ארדערס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל